אַהרן (עדי) פּאָרטנוי — ראָטגערס-אוניווערסיטעט
דער קרומער שפּיגל: קאַרטונס וואָס ווײַזן די פּיטשעווקעס פֿון צווישן־מלחמהדיקן ייִדישן לעבן
די קאַרטונס פֿון דער ייִדישער פּרעסע האַלטן סודות פֿון גאָר אינטערעסאַנטע פּרטים פֿונעם צווישן־מלחמהדיקן ייִדישן לעבן, דער הויפּט אין תּחום פֿון דער פּאָפּולערער קולטור. ווילט איר וויסן רכילות פֿונעם וואַרשעווער בית־דין? איר קענט עס געפֿינען אין קאַרטונס. ווילט איר זיך עפּעס דערוויסן וואָס ס’קומט פֿאָר אינעם וואַרשעווער שיינקייטס־פֿאַרמעסט? גיט אַ קוק אין די קאַרטונס. רכילות וועגן די בעסטע ייִדישע קעמפֿערס אין די גאָר פּאָפּולערע וואַלקעס? נאָך אַ מאָל — קאַרטונס. אין דער לעקציע וועל איך דערציילן ווי אַזוי די קאַרטונס פֿון דער ייִדישער פּרעסע שפּיגלען אָפּ דאָס ייִדישע לעבן.
YIDDISH LANGUAGE EVENT
|