משה־יוסף קאַרליפּ — ישיבֿה־אוניווערסיטעט
צווישן מאַרטיראָלאָגיע און געשיכטע: אליהו טשעריקאָווער און די אַחריותן פֿון אַ נאַציאָנאַלן היסטאָריקער
דורך דער רוסישער בירגערקריג האָט אליהו טשעריקאָווער, אַ יונגער גלות־נאַציאָנאַליסט און ייִדישיסט, געזאַמלט מאַטעריאַל וועגן די פּאָגראָמען וואָס זענען דעמאָלט באַפֿאַלן די ייִדן פֿון אוקראַיִנע. אין די צווישן־מלחמהדיקע יאָרן איז טשעריקאָווער געוואָרן איינער פֿון די הויפּט־היסטאָריקערס סײַ וועגן די פּאָגראָמען, סײַ וועגן רוסישע ייִדן. אין דעם סעמינאַר וועלן מיר רעדן וועגן דעם שײַכות צווישן דעם וואָס טשעריקאָווער האָט גערופֿן „ייִדישע מאַרטיראָלאָגיע" און זײַן צוגאַנג צו דער ייִדישער היסטאָריאָגראַפֿיע. פֿאַר וואָס האָט אַ גלות־נאַציאָנאַליסט אונטערגעשטראָכן ייִדישע ליידן אין זײַנע ווערק? ווי האָט זײַן צוגאַנג צו דער באַציִונג צווישן מאַרטיראָלאָגיע און היסטאָריאָגראַפֿיע זיך געביטן נאָכן אויסבראָך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה?
YIDDISH LANGUAGE EVENT
| Tsvishn martirologye un geshikhte |
Audio |
|