קלמן ווײַזער — יאָרקער אוניווערסיטעט
די הויפּטשטאָט פֿון ייִדישלאַנד?
ווי גוט באַוווּסט, האָבן ייִדישיסטן פֿאַרשטאַנען ייִדיש ווי אַ וועלטשפּראַך און די ייִדישע קולטור ווי וועלטקולטור וואָס איר צענטער איז געלעגן אין מיזרח־אייראָפּע. נאָר וווּ איז געווען די הויפּטשטאָט פֿון 'ייִדישלאַנד'? אי דאָס ליטווישע ווילנע — דער זיצאָרט פֿונעם ייִוואָ — אי דאָס פּוילישע וואַרשע — דער פּאָליטישער און עקאָנאָמישער צענטער פֿון לאַנד, אַזוי ווי דער מעטראָפּאָל פֿון דער מאָדערנער ייִדישער פּרעסע און טעאַטער — האָבן געהאַט 'חסידים' און 'מתנגדים'. אַ גרויסע צאָל פּאַרטיייִשע אַרטיקלען אין דער פּויליש־ייִדישער פּרעסע שאַפֿן אַ בילד פֿון די צוויי שטעט קאָנקורענטן לויט זייערע מעלות און חסרונות וואֵָס שייך דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אין דער צײַט צווישן די צוויי וועלט־מלחמות. נאָר וואָס לאָזן אונדז הערן אָפּשאַצונגען פֿון דער מערכה פֿון ייִדיש נישט נאָר וועגן לאָקאַלן פּאַטריאָטיזם, פּערזענלעכע רײַבונגען און אידעאָלאָגישע קאָנפֿליקטן, נאָר אויך וועגן כּלל־ייִדישיסטישע האָפֿענונגען און שרעקן פֿאַר דער צוקונפֿט פֿון ייִדיש?
YIDDISH LANGUAGE EVENT
| Di hoyptshtot fun yidishland? | Audio |
|