זהבֿית שטערן — קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין בערקלי און דער גראַדויִר־טעאָלאָגישער יוניאָן
בדחנים, פּורים־שפּילערס, שפּילמענער: דער בראשית־מיטאָס פֿון ייִדישן טעאַטער
דער אָנהייב פֿונעם ייִדישן טעאַטער איז נישט בלויז אַ היסטאָרישער פֿאַקט, נאָר האָט אַ געשיכטע הינטער זיך. ווי אַזוי באַשרײַבט מען דעם אָנהייב פֿונעם ייִדישן טעאַטער? דער עטנפֿער איז פֿארבונדן מיט השקפֿות און אידעאָלאָגיעס, וווּנטשן און פֿאַנטאַזיעס.
פֿון ווען אָן און ווי אַזוי רעדט מען וועגן „אַ טיפֿער פֿאַרגאַנגענהייט" פֿון דער ייִדישער דראַמע? וואָס איז דער באַטײַט פֿון אָנווײַזן אויף דעם בדחן, דעם פּורים־שפּיל, דעם שפּילמאַן אָדער גאָלדפֿאַדען ווי דער מקור פֿונעם ייִדישן טעאַטער? וואָס איז דער אונטערשייד צווישן אַמעריקאַנער, פּוילישע און סאָוועטישע פֿאָרשערס פֿון דעם תּחום? און ווי אַזוי האָבן אָט די טעאָריעס משפּיע געווען אויף ייִדישע שרײַבער אָדער טעאַטער- און פֿילם-קינסטלער, ווי למשל איציק מאַנגער אָדער משה בראָדערזאָן?
YIDDISH LANGUAGE EVENT
| Batkhonim, purim-sphilers, shpilmener |
Audio |
|