לאה ראָבינסאָן
דער פּאָעט אינעם לאַנדשאַפֿט אָדער לאַנדשאַפֿט אינעם פּאָעט? — אַבֿרהם סוצקעווערס פּאָעמע „סיביר", 1936
„סיביר" איז דאָס קינסטלערישע פֿאַרצייכעניש פֿון אַ צײַט, ווען דער פּאָעט — דעמאָלט אַ קינד — מיט זײַן משפּחה זײַנען געווען פּליטים בשעת דער ערשטער וועלט־מלחמה. אָבער וואָס פֿאַר אַ פֿאַרצייכעניש? אַ פּאָליטישס, פּסיכאָלאָגישס, עסטעטישס? פּרוּוון וועל איך אָנצוּווײַזן, ווי אַזוי דער פּאָעט נוצט אויס די לאַנדשאַפֿט־אויסמאָלונג אויף צו אַנטפּלעקן זײַנע אינעווייניקסטע געפֿילן, זײַנע באַציִונגען מיטן טאַטן און מיט די סיבירער שכנים און זײַן פּערזענלעכע מיטאָלאָגיע. דערנאָך וועל איך אין קורצן פֿאַרגלײַכן „סיביר" מיט אָווידס „טריסטיאַ", דאָס קלאַסישע לאַטײַנישע ווערק אויף דער טעמע פֿאַרשיקונג
YIDDISH LANGUAGE EVENT
| Avrom Sutzkevers poeme "Sibir," 1936 |
Audio |
|