חנה קליגער
אויף דור־דורות: וואָס די קינדער פֿון דער שארית־הפּליטה הערן און לאָזן זיך הערן
דער חורבן האָט איבערגעלאָזט זײַנע שפּורן סײַ אין די ליידן, סײַ אין די פֿריידן בײַ די ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה און אין דער השפּעה וואָס זיי האָבן געהאַט אויף זייערע קינדער. די דאָזיקע שפּורן באַשטייען נישט נאָר אינעם פּסיכאָלאָגישן שאָדן פֿונעם חורבן גופֿא און זײַן זכר, נאָר אויך אינעם אופֿן צופּאַסן זיך און אַפֿילו מצליח זײַן אין משפּחות וווּ דער חורבן האָט געשפּילט אַ גרויסע ראָלע. דאָס פֿאָרשן דעם משפּחה־נאַראַטיוו וואָס גייט איבער פֿון דור צו דור קען אויפֿדעקן די ווערטן פֿון די וואָס האָבן איבערגעלעבט די חורבן־טראַומע, ווי אויך פֿון די וואָס הערן דאָס דערציילן וועגן דעם חורבן.
YIDDISH LANGUAGE EVENT
|